Songtexte.com Drucklogo

Torah Medley Songtext
von Avraham Fried

Torah Medley Songtext

′מיטן הילף פון באשעפער וועלן מיר דא ריידן
און דערציילן פון יענע פריידן
פרייט זאך אלע טאנץ און קעוועלט
עס קומט די תורה אוף דער וועלט

דער באשעפער פון דער וועלט דער גרויסער בורא
זוכט א חתן פאר זיין טאכטער די הייליקע תורה
פרייט זאך אלע טאנץ און קעוועלט
אלע פעלקער פון דער וועלט

דער באשעפער פרעגט ביי די פעלקער אלע
ווער וויל די תורה פאר א כלה
די פעלקער פרעגן וואס און ווען
מען וויל נישט הערן מען וויל נישט זען

און פארוואס און פארווען
לאמיר זען וואס איז געשען

איז דער מלאך מיט די תורה פון הימל אראפ
גענומען פליען קיין יוראפ
און קיין רוסלאנד געקומען איז ער
און געפרעגט צו א בעלן איז ווער


זאגט מען צו אים כאראשא
זאגט אונז וואס פאזשאלאסטא
זאגט זיי דער מלאך דעם ערשטן געבאט
אנוכי איך בין אייער ג-ט

זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייס נישט כאווער וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די טאטעס אליין
אזוי ווי בא אונז איז שיין

ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט קיין דייטשלאנד גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן גלייך אהין
און איז געקומען קיין בערלין
און די דייטשן י תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער

זאגן זיי מיר זיינען גרייט
זאגן זיי דערווארהייט וואס דארט שטייט
זאגט זיי דער מלאך לא תרצח
טויטן איז נישט קיין שיינע זאך


זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט מיין הער וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט באם פאטער אליין
אז טויטן דערף מען וואס מיין

ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
פלייכט פרובירן זי קיין פראנקרייך גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער ביז
ער איז געקומען קיין פריז
די פראנצויזן די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער

זאגן זיי סיל וואו פליי
זאגט אונז וואס און ווי אזוי
גיט זיי דער מלאך צו פארשטיין
דער פאמיליע לעבן דארף זיין ריין

זאגט זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט מיסיאר וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די טאטעס אליין
אזוי ווי בא אונז איז שיין

ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט קיין ענגלאנד גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער אין וועג
קומט קיין לאנדאן אויפן ברעג
און די ענגלענדער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער

זאגן זיי טענק יו סער
ווייזט נאר איין געזעץ אהער
זאגט זיי דער מלאך לא תחמוד
אי זאלסט נישט גלוסטן וואס יענער האט

זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט מיסטער וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די טאטעס אליין
אז גלוסטן דארף מען וואס מיין

ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט קיין אמעריקא גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן וויטער מיט זארג
און איז געקומען קיין ניו יארק
די אמעריקאנער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו אבעלן איז ווער

זאגן זיי טענק יו פיין
וואס פאר א ביזנעס וואס פאר א ליין
זאגט זיי דער מלאך הערט מיט קאפ
כבוד טאטע מאמע גיט אפ

זאגן זיי ניין האלט עס אליין
מיר גיבן אפ כבוד נאר דער יוגנט אליין
פאר די עלטערע גענוג איז פאר זיי
דער יום טוב מאדערס דיי

ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט צו י אראבער גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן און געבליבן שטיין
אין אזיע אי עבר הירדן
די אראבער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער

זאגן זיי גוט מאפסוט
ווייזט נאר פריער וואס מען טוט
זאגט זיי דער מלאך לא תגנוב
נישט גנב'ע און נישט בלאף

זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט כאוואדזשא וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די טאטעס אליין
אז גנב′ענען דארף מען וואס מיין

ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראוווט צו די אידן גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

אין מיטן וועג דער מלאך שטייט
זעט ער א איד א משולח גייט
דער טלית קטן לאנג און ברייט
האט ער זיך דערפרייט

די תורה האט ער אים דערלאנגט
און דער משולח האט בעדאנקט
ווארט נאר זאגט ער היילט זיך ניט
איך גיב אייך א רעסיט

קיין גלייכע פארל הטא איר נישט
ווי די תורה מיט דעם איד
ביידע זיינען די בעסטע פריינד
ווייל מען האט זיי ביין פיינט
אין איין בורא גלויבט דער איד
און קיין שלעכטץ טאן קאן ער נישט
און כבוד טאטע מאמע גיט
און דעם היילקן שבת היט
ווי דער מלאך האט עס דערהערט
האט ער זיך צוריקגעקערט
און געזאגט אויפן הימל דארט
אז די תורה איז אויף'ן בעסטן ארט"

"התורה והאומות - די תורה און די פעלקער"

Songtext kommentieren

Log dich ein um einen Eintrag zu schreiben.
Schreibe den ersten Kommentar!

Quiz
Whitney Houston sang „I Will Always Love ...“?

Fans

»Torah Medley« gefällt bisher niemandem.