Songtexte.com Drucklogo

Achake Loi Songtext
von Levy Falkowitz

Achake Loi Songtext

דער איד ער לעבט צופרידן
וואו נאר ער גייט נאר וואו
ער וועקט זיך אבער אלץ אויף
מיין אייביג פלאץ איז נישט דאהי
ווייל איך ווייס און איך האף
צו דעם גלות קומט א סוף
מער נישט זיין צו שאנד
דער טאג קען זיין נאך היינט

די הייליגע ישמח משה
איז אלץ געווען געקליידט
מיט שבת′דיג מלבושים
ביים שוועל פון טיר געשטאנען גרייט ארויסגעקוקט מיט א ברען
יעדע רגע קומען ער קען
משיח אויף די וועגן גלייך אים גיין קעגן


אחכה לו איך ווארט
אזויפיל יאר פאר'צער′ט
אז ער וועט נאך קומען משיח
קיין ירושלים פירן גלייך
אחכה לו איך ווארט צו ווערן
אויפגעשפארט
אט אט איז ער דא
הנה זה בא
זה מלך המשיח

אין אוישוויץ אויף די באנען
דעם טויט פאר זיך געזען
געזינגען אני מאמין
געגלייבט עס קען נאך יעצט געשען
זינגט דער יוד
א הארציג ליד
אין השם מחזק געווען
ואף על פי שיתמהמה עם כל זה

אחכה לו איך ווארט
אזויפיל יאר פאר'צער'ט
אז ער וועט נאך קומען משיח
קיין ירושלים פירן גלייך
אחכה לו איך ווארט צו ווערן
אויפגעשפארט
אט אט איז ער דא
הנה זה בא
זה מלך המשיח

Songtext kommentieren

Log dich ein um einen Eintrag zu schreiben.
Schreibe den ersten Kommentar!

Fans

»Achake Loi« gefällt bisher niemandem.