Songtexte.com Drucklogo

Chupah Songtext
von Yitzchok Honig

Chupah Songtext

די שטערן פון הימל זיי פינקלען מיט גלאנץ
אונטערן הימל א חופה ווערט אויסגעשפרייט
מען האלט שוין טייער קינד ביים חתונה דיינס
פון אונז הייסע טרערן עס גייט

דעם טיר צו דיין נייעם לעבן ווערט אויפגעשפארט
מיר קוקן דא אויף דיר און שמייכלען מיט א געוויין
פון אט דעם טאג געחלומט און געווארט
צו זעהן ווי דו בויעסט שוין דיין אייגן שטוב אליין

יארן וואו זענט עטץ פארביי
קוים דאס קינד געווארען איינס און צוויי
געווישט דיינע קליינע טרערן אויף אונזער שויס
און שוין ביסטו געוואקסן אזוי גרויס

טייער קינד דו ביסט אונזער גאנצע וועלט
בלוט און שווייס אין דיר אריינגעשטעלט
יעצט באגלייטן מיר דיר ארויס פון שוועל פון טיר
מיט הארציגע געפילן זאגן מיר דיר


טייער קינד מיר האָבּן דיר אזוי ליב
א דיימאנט וואס גאט האט אונז געטון באשערן
מיטן רעכטן פיס גיי בוי דיין אייגענעם שטוב
מיר וועלן פון דיר ווייטער אייביג קלערן

עס רינט אונז א טרער פון בענקשאפט און פון פרייד
מיט א געבעט אויף חסדים גדולים
אז בליען זאל ווייטער די גאלדענע קייט
מיט געזונט און נחת מעתה ועד עולם

טאטע און מאמע איך גלייב עס נישט אליין
אז איך גיי שוין יעצט צום חופה מיט ענק צוזאמען
וויסן זאלט עטס א קינד קען אין ערגעץ גיין
אן מיטנעמען דאס הארץ פון טאטען און מאמען

מיט טיפע געפילן עס גיסט מיר א געוויין
איינער דעם צווייטן מיר טוען זיך יעצט שפירן
און איך ווייס אז איך וועל סאך בעסער פארשטיין
ווען איך וועל מיינע אייגענע קינדער אונטערפירן

טאטע דו האסט מיר געוויזן דעם וועג
דיין שיין האט מיר באלאכטן די אלע טעג
מיט ליבליכע זארג אלס פון די קינדער געטראכט
און מאמע דו האסט קיין אויג נישט פארמאכט


מיט הייסע תפילות ווארימקייט און ברען
געטון פאר מיר וואס נאר א מאמע קען
און אייביג פונקט ווי יעצט געהאלטן מיינע הענט
פאר מיין אייגענעם שטוב זענט עטס דעם פאדאמענט

טאטי מאמי איך האב ענק אזוי ליב
עס ליגט אין מיר נשמה הארץ מיט טרערן
מיטן רעכטן פיס איך גיי בויען מיין אייגענעם שטוב
פיל אידיש נחת ענק פארמערן

עס רינט מיר א טרער פון בענקשאפט און האף
מיט א תפילה אויף א לעבן א וואוילעם
ווייטער זעהן און הערן דעם מזל טוב
מיט געזונט און כח מעתה ועד עולם

אוי מי בן שיח שושן חוחים
ווער קען דען פארשטיין די טיפע שפראכן
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם
זוכה זיין א קינד חתונה מאכן

מיטן רעכטן פיס בוי דיין קעניגרייך
נעם מיט די רושם פון די יארן אלע
מיר הייבען אינזער הענט אז הוא יברך
את החתן ואת הכלה

Songtext kommentieren

Log dich ein um einen Eintrag zu schreiben.
Schreibe den ersten Kommentar!

Quiz
Welcher Song ist nicht von Robbie Williams?

Fans

»Chupah« gefällt bisher niemandem.